Department of Homeless Services311Search all NYC.gov websites

יידיש (Yiddish)

פאמיליעס מיט קינדער

אלע פאמיליעס מיט קינדער אונטער 21 יאר אלט, שוואנגערדיגע פרויען אדער פאמיליעס וואס פארמאגן שוואנגערדיגע פרויען מוזן זיך איינגעבן פאר שעלטער ביי DHS'ס פארמיידונגס הילף און צייטווייליגע האוזינג (Prevention Assistance and Temporary Housing, PATH) אינטעיק צענטער.

PATH געפונט זיך ביי:

151 East 151st Street

Bronx, NY 10451

718-503-6400

אנצוקומען אהין, נעמט די 2, 4, אדער 5 באן צו 149th Street/Grand Concourse Station.

PATH איז אפן 24 שעה א טאג, יעדן טאג, אריינגערעכנט יעדע וויקענד און אלע האלידעיס. אפליקאציעס ווערן דורכגעפירט יעדן טאג צווישן 9:00 a.m. און 5:00 p.m. אומזיסטע און געהיימע שפראך סערוויסעס, אריינגערעכנט צייכן שפראך דאלמעטשער סערוויסעס, זענען אלעמאל דא צו באקומען.

פאמיליעס וואס געבן זיך איין פאר שעלטער ביי PATH זאלן מיטברענגען אידענטיפיקאציע פאר אלע מיטגלידער פונעם הויזגעזונד.

צו לערנען מער איבער PATH, דאונלאוד'ט אונזער בראשור.

ערוואקסענע פאמיליעס

אן ערוואקסענע פאמיליע איז סיי וועלכע פאמיליע אן קיין יונגע קינדער. דאס נעמט אריין פארהייראטע פארפעלקער, פארפעלקער וואס האבן א דאמעסטישע שותפות, עלטערן און קינדער וואס זענען אלע העכער 21 יאר אלט, געשוויסטער אדער אינדיווידואלן וואס קענען אויפווייזן אז זיי האבן אן "אפגעבן" פארבינדונג (עמאציאנעל, פיזיש אדער מעדיציניש שטיצנד). פאמיליעס וואס האבן געוואוינט צוזאמען פאר כאטש זעקס חדשים פונעם פארגאנגענעם יאר.

ערוואקסענע פאמיליעס מוזן זיך איינגעבן פאר שעלטער ביי:

ערוואקסענע פאמיליע אינטעיק צענטער (AFIC)

400-430 East 30th Street

New York, NY 10016

אנצוקומען אהין, נעמט די 6 באן צו 28th Street אדער די M15 באס צו 29th Street.

AFIC איז אפן 24 שעה א טאג, אריינגערעכנט יעדע ענדע וואך און אויף אלע האלידעיס. אומזיסטע און געהיימע שפראך סערוויסעס, אריינגערעכנט צייכן שפראך דאלמעטשער סערוויסעס, זענען אלעמאל דא צו באקומען.

אלע מיטגלידער פון די פאמיליע זאלן מיטברענגען גילטיגע באווייז פון אידענטיפיקאציע און א ליסטע פון פריערדיגע אדרעסן, אריינגערעכנט סיי וועלכע באווייז פון וואוינארט וואס איז דא צו באקומען.

אומפאהייראטע ערוואקסענע

אלע אומפארהייראטע ערוואקסענע מענער מוזן זיך איינגעבן פאר שעלטער ביי:

30th Street אינטעיק צענטער

400-430 East 30th Street

New York, NY 10016

אנצוקומען אהין, נעמט די 6 באן צו 28th Street.

30th Street איז אפן 24 שעה א טאג, אריינגערעכנט יעדע ענדע וואך און אויף אלע האלידעיס.

אומפארהייראטע ערוואקסענע פרויען קענען זיך אויך איינגעבן פאר שעלטער ביי איינע פון די פאלגנדע צוויי לאקאציעס:

HELP Women's Shelter
116 Williams Avenue (צווישן Liberty Avenue און Glenmore Avenue)

Brooklyn, NY 11207

אנצוקומען אהין, נעמט די C באן צו Liberty Avenue.

Franklin Shelter
1122 Franklin Avenue (נעבן 166th Street)

Bronx, NY 10456

אנצוקומען אהין, נעמט די 2 באן צו 149th Street אדער די BX55 באס צו 166th Street און
3rd Avenue.

אומפארהייראטע ערוואקסענע מוזן צוריקגיין צו זייער פריער-צוגעטיילטע שעלטער אויב מען האט דאס צוגעטיילט פאר זיי אינערהאלב די לעצטע 365 טעג.

אמבודסמאן

דער אפיס פונעם אמבודסמאן קען העלפן לעזן שעלטער פראבלעמען און זארגן אמבאלאנגט היימלאזיגקייט. קאנסטיטוענט סערוויסעס פארשטייער קענען אייך העלפן:

  • פארשטיין אייערע רעכטן און פאראנטווארטליכקייטן אין שעלטער און אינעם קאמיוניטי
  • אדרעסירן שעלטער זארגן
  • אויסגלייכן און געבן קאנפליקט לעזונגען
  • פארשטיין רענטאל הילף און בארעכטיגונג
  • זיך פארבינדען מיט אנדערע סיטי און קאמיוניטי סערוויסעס

זיי זענען אומאפהענגיג און ארבעטן נישט פאר שעלטער פראוויידערס.

קאנסטיטוענטס קענען זיך פארבינדען מיט'ן אפיס פונעם אמבודסמאן אויף פיר אופנים:

  • שיקן אן אימעיל צו Ombudsman@dhs.nyc.gov.
  • רופן די שעלטער האטליין אדער 311. די שעלטער האטליין נומער איז 718-291-4141, אפציע 1. אפערעיטערס זענען אוועילעבל 24 שעה א טאג, 7 טעג א וואך.
  • שרייבן צו 33 Beaver Street, 20th floor, New York, NY 10004.
  • באזוכן פערזענליך ביי 33 Beaver Street, New York, NY 1004. קאנסטיטוענטס ווערן אריינגענומען אויף א קום-ערשט, ווער סערווירט ערשט באזיס צווישן 9:00am און 4:00pm פון מאנטאג - פרייטאג.

פאר מער ריסאורסעס אייך צו העלפן בלייבן אין אייער יעצטיגע היים, באזוכט די NYC יומען ריסאורסעס אדמיניסטראציע וועבזייטל דורך'ן קליק'ן דא